מיין מוזע
,ניט געלערנט זיך אין וואוזן
אין סכאָלאַסטיק ביז־גאָר שוואַך
,שענק איך גראַמען דיר, מיין מוזע
.בעת דו שוועבסט איבער מיין דאַך
און דו בענטשסט מיך
און דו ווינטשסט מיר
,זינג מיר נאָך
.מיין פריינד, דאַ־ווינטשי
מיין פּאָרטרעט
,ווען דו דערזעסט צווישן המון אַזאַ פּאַרשוין
.וואָס נאַקעט איז
,זיין שטערן – פאַרנעפּלט ווי דער באַרג ציון
,זיין גאַנג – פאַרוויסט
;די האָר צעשויבערט הויך אָן טאָלק, אָן זין
אָן גלייכגעוויכט
רק ר'טומלט ווילד גלייך דיבוק איז זיין זין – י
!ווייס: דאָס בין איך
דער, וואָס מע טאָטשעט אים מיט אייביק פרישער גאַל
;דור איין, דור אויס
,וואָס חסר־דעה דער המון זיין לאָרבער־קראַנץ באַפאַלט
;אים שטויסנדיק אַרויס
פאַר קיינעם נייגט ער ניט זיין בייגעוודיקן קאַרק – י
!ווייס: כ'בין דער גבר
,אַ רואיק שמייכעלע מיר מיינע לעפצן פאַנגט
!אין האַרצן טיף – אַ שלאַנג
וועלוול ליכטורעם צו־גאַסט ביי קאָזמאַ פּרוטקעוויטש
!איך ווייס: אַ שטאָט וועט זיין דאָ
!איך ווייס: אַ סאָד וועט בליען
ווייל מענטשן כל־הסאָרטן
.קומען אַהער צו־פליען
,די קינדער וועלן שפּילן
,די זקנים – זיך צעשמייכלען
די מאַנצבילשע געפילן
!צו פרויען וועלן גרייכן
די הייזער און געביידעס
,וועלן זיך צעוואַקסן
די אַרבעטער אָן דאגות – י
!אויסגלייכן די אַקסל
און אויף די רעגן־רערן
כ'וועל אויסשפּילן פאַר אייך
,מיין לויב – מיליציאָנערן
.וואָס היטן אונדז אַלע גלייך
:נאָר ווייסן ווייס איך טאַקע
עס פּלאַצן וועט די ראָד – י
!אַ שטאָט? אַ סאָד? – אַ מכה
ס'וועט אַלץ דאָ ווערן נאַקעט
ווייל איבער אַלץ דאָ פלאַקערט
..!אַ בבל־קאַראָהאָד
אונטערן גלעזל
ניט אַלע ווייסן אַז דו ביסט אַ דיכטער
ניט אַלע זענען תופס דיין פילפאַכיק וועזן
ניט אַלע מערקן אַז ניט אייביק ביסטו ניכטער
בפרט ווען ס'קלינגט דיין קול אונטער אַ גלעזל
די אַלטיטשקע, די מוזע – יינגער ווערט און שענער
איר יונגשאַפט דויערט פריש און רייף עד־היום
און דו שפּילסט אויס פאַר איר מיט ריינסטע טענער
!דיין לירישן וויוואַט: מיין ליבינקע, לחיים
די נאָז
ס'האָט אַן אומגליק מיר געטראָפן
ס'איז די נאָז פון מיר אַטלאָפן
די רשעים, מיינע שונאים, י
קרומלעך שמייכלען מיר אין פּנים
פון דער ווייט – אַ בייזער שפּאַס – י
כ'זע מיין נאָז שפּאַנט אויף דער גאַס
סאַראַ צרה, סאַראַ ווייטיק
אָט די נאָז איז מיר שטאַרק נייטיק
ס'איז אַ ביטערע פּאָטעכע
אַן דער נאָז, דורך מויל צו דעכען
כ'פיל קיין טעם ניט, כ'הער קיין ריחות
ס'האָט דער קיום קיין שום איכות
און דאָס לעבן – ביליק גראָז
אָן דעם אבר, וואָס הייסט: נאָז
כ'בין ווי אַ מיליאָן כינעזער
וואָס מ'האָט זיי געלאָזט אָן נעזער
איז האָב איך זיך געטאָן אַ נדר
אַז איידער וואָס און איידער איידער
מוז איך מיר די נאָז אומקערן
אַניט קאָן מען משוגע ווערן