פון קלמן ב"ר פּסח'ס אַך־פאָריזמען
ניט אַלץ וואָס קריכט פּויזעט! י
ניט יעדער בוטל ביר איז בטל בשישים. י
דער וואָס זאָגט אַ ליגן פאַרשפּאָרט זיך די פרייד פון זאָגן דעם אמת. י
ווען אַלע שלאָפן – שלאָף־מיט, סיידן ס'איז ניטאָ מיט וועמען. י
ווען אויף יעדן תירוץ וואָלט מען פאַרמאָגט אַ שאלה, וואָס וואָלט מען געלערנט דעם שאינו־יודע־לשאול? י
אַ חכם איז קלוג ווי די וועלט, נאָר א תם איז מלא טעם! י
די אייביקייט אַנטלויפט פון אונדז יעדעס מאָל ווען אַ גרויסער מענטש ווערט נסתלק. י
יאַקבי מיינעלע ניע מיינעלע, אַבי די באָבע טוט אַ וויינעלע. י
דער טאָג איז קורץ ווי אַ ווינטערדיקער פרייטיק און די מלאכה איז לאַנג ווי דער יידישער גלות. י