– ווייט ניט אַלע ווייסן, אַז דער וועלט-באַרימטער רוסישער שריפטשטעלער
קאָזמאַ פּעטראָוויטש פּרוטקאָוו – האָט אויך געשאַפן אַ גאַנצע ריי אָריגינעלע און
צום־טייל אפילו עקספערימענטאַלע ווערק אויף מאַמע־לשון. י
אַ געוויסע צאָל זיינע יידישע שאַפונגען איז דערשינען נאָך ביים מחברס לעבן אין פאַרשידענע, מערסטנס פּראָווינציעלע, צייטונגען און אַנטי־פּאָליטישע בראָשורן און
פלוג־בלעטלעך. אַנדערע האָבן זיך על־פּי־נס אויפגעהיט אין אייניקע רעספּובליקאַנישע אַרכיוון און געוויסע לאָקאַלע קולטור־טרעגערישע קלובן, ווי אויך אין באַזונדערע פּריוואַטע זאַמלונגען פון אַ הייפל מסירת־נפשדיק איבערגעבענע פאָטערלענדישע ליבהאָבער
פונעם יידישן וואָרט. י
אין די יידישע ווערק פונעם באַרימטן רוסישן וואָרט־מייסטער אַנטפּלעקט זיך גאָר אַן אומגעריכט נייער שעפערישער קלסתר־פּנים. אַ ריי אויסדרוקן, אימאַזשן און אַלוזיעס (ווי אויך אילוזיעס), וואָס מ'געפינט דאָ, וואָלט מען לכאורה געקאָנט אויפנעמען ווי משונה־ווילדע אַנאַכראָניזמען. אָבער אין דעם לעצטן סך־הכל ווערט דאָס לכל־הדעות קלאָר, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גוואַלדיקער, שיער ניט גאוניתדיקער דערפינדערישקייט ווען אַן עכטער טאַלאַנט ווערט זוכה צו זיין פּראָפעטיש נביאיש און זיין שאַפונג דערגרייכט די בחינה פון הרואה את הנולד, נאָך פיל, פיל פריער איידער דער זאָמען גופא פונעם צוקונפטיקן נולד איז בכלל געשאַפן געוואָרן. י
סיי דער יידישער לייענער און סיי די צוקונפטיקע פאָרשונג וועט נאָך זיכער קלייבן פיל פילאָסאָפיש-עסטעטישע הנאה און פילאָלאָגישע און קולטור־היסטאָרישע דערפינדונגען אין דער יידישער ליטעראַרישער ירושה פון דעם אומפאַרגעסלעכן קאָזמאַ (קלמן) פּעטראָוויטש (ב"ר פּסח) פּרוטקאָוו (פּרוטקעוויטש). י
- פאָרשיידנס
- אַך־פאָריזמען
- טיף־זיניקע פערזן
- סענטענצן און חכמעלעך
- קורצינקע לידער
- דער יידישער קאָזמאַ פּרוטקאָוו