מיין פריינד – דעם יוביליאַר
געווידמעט גראַף יעווסטאַכי פּאַנאָסאָוו צו זיין יובל
,היוכגעשעצטער, ליבער פריינד
:איך בין אייך מקנא
ווען דער עסק גייט ניט – גלייך
.שטעלט איר זיך אַ קאַנע
,נאָר פונדעסטוועגן, מיין פריינד
,טו איך איך אייך פאַרגינען
,ווייל ווען דער עסק גייט ביי אייך
!נעמט ער פליסיק רינען
* * *
סענטענצן און חכמעלעך
.בעסער אַ "טויטער חסיד" איידער אַ לעבעדיקער רעבעל
"!אַז דו גייסט איינשפּאַנען די פערד, זיי גרייט צו זאָגן "טפּר-ר-ר-ו-ו-ו
!שלאָף גיכער, מע דאַרף דיך קושן
.ניט יעדערער וואָס קאָן ציילן מעג וועגן דעם דערציילן
.כאַפּ אַרום אַלץ וואָס דו קאָנסט אַרומכאַפּן, דאָס וואָס דו קאָנסט ניט – לאָז איבער די אַנדערע
!ניט אַלץ וואָס גלאַנצט – שימערירט און ניט אַלץ וואָס שימערירט – בלישטשעט