גליק און מזל
אַז מע האָט ניט קיין מזל
איז אַז אָך און אַז וויי! י
ניט פאַר דיר רוישט דאָס טייכל... י
זיין געזאַנג – סאָלאָוויי
טרילעט אויס קלאָר און שיין
!ניט פאַר דיר
ניט פאַר דיר! י
דער כביכול אַליין
טוט אַ זיפץ: י
וויי איז דיר! י
און פארגליווערט פון אָרט
וועסט ניט טאָן זיך קיין ריר. י
בלויז מיטזינגען מיט גאָט: י
וויי איז מיר! י
וויי איז מיר! י
נאָר פונדעסטוועגן, פאָרט
קערסטו אום זיך צוריק
:צו דיין נאַקעטן וואָרט
סאַראַ גליק! סאַראַ גליק! י
פאַרבייגייענדיק
איך גיי פאַרביי
און זאָג: ביי־ביי – י
אויף רוסיש
מיינט דאָס
שלאָף שוין איין". י"
איך גיי פאַרביי
און זאָג: ביי־ביי – י
אויף ענגליש
איז דאָס טייטש: י
גוד באַי". י"
איך גיי פאַרביי
און זאָג: איי־איי – י
אויף יידיש
:הייסט עס
איי־איי־איי". י"
די וועלט זיך חידושט: י
ס'אי דען כדאי
דו זאָלסט
זיך גיין אַזוי
פאַרביי? י
לאָמיר
לאָמיר זוכן אַ נייעם עפּעס
ניט קיין ליריק, ניט קיין עפּאׇס
ניט קיין עפּאׇס, ניט קיין ליריק
נאׇר עפּעס־וואׇס בראשיתדיק אַנדערש
ניט האָמעריש, ניט מענאַנדריש
נייערט טאַקע נייס, פריש און שפּיריק
קיינער זאָל ניט האָבן קיין טענות
אַז מע פירט זיך אויף מעשה־היינע
צי מע שילערט זיך אויס שעקספּיריש
און טאָמער ניט? איז ניט כדאַי
דאׇס גאַנצע טומבאַ־טרילעריי
טאָ לאָמיר זוכן און לאָמיר געפינען
די בלויקייטן פון בלעטער גרינע
דעם רעגנס פרישקייט אויף די שטויבן
דעם טיפן זין פון פלאַכע געפילן
די דערנידערונג וואָס גרייכט פון אויבן
דעם זיסן טעם פון ביטערע פּילן
טום־באַלאַיקא, טום־באַלאַליי
,אַנדערש געצימבלט
!אַנדערש זאָל זיין