וועגן טענץ
ס'איז פון לאַנג פאַראַן אַ סברה
אַז ניט אַלע טאַנצן האָראַ; י
נעמט אַשטייגער – פּער לאַשעז – י
דאָרטן טאַנצט מען פּאָלאָנעז. י
וועגן גורל
קומען וועט נאָך אַזאַ צייט
ווען אַלע נאָענטע און ליבע
וועלן אַלע זיין אַריבער
אין פאַרנעפּלטקייט העט ווייט. י
געפילטע פיש
קענען קען איך נאָר איין מאכל
וואָס טוט שווימען ניט אין טייכל
ניט אין ים און ניט אין טוואַן
נאָר ביי מיר אין בייכיק בייכל – י
פיש געפילטע – מלא טעם! י
שפּיגל
אויף דער וואַנט
וואו ס'הענגט אַ שפּיגל
איז געראָטן איבעראַל
מע זאָל אַ בליק טאָן צי
אין שפּיגל
.איז פאַראַן אַ גענעראַל
צייט־מאָטיוו
אַ באַרג וואָס גייט צו מאַגאָמעטן
,איז אַ באַרג אַ קלוגער, כ'לעבן
,ווייל קיינער סמייעט זיך ניט וועטן
אַז ער דערגייט ניט צו דער צייט
.צו מאַגאָמעטן דאָרט העט ווייט
שטערנשטויב
דער אַלמעכטיקער כביכול
,זיינע חסדים טוט אונדז מערן
שיקט כסדר מזל־ברכה
.פון די געטלעך ווייטע שטערן
נאָר איבער מענטשנס פאַלשע לויב
...מגולגל ווערן זיי אין שטויב
גענרעלער און פּאָעטן
ווייט ניט אַלע פּאָעטן קריגן און טראָגן עפּאָלעטן
אויך ניט אַלע גענערעלער
גייען דווקא אויף די בעלער
,נאָר סיי פּאָעטן
– סיי גענערעלער
– צי מיט, צי אָן די עפּאָלעטן
.ווילן טאַנצן אויף די בעלער
קאָמפּלימענט
אין הילכות קינדערשטובע
בין איך קנאַפּ באַהאַוונט
,נאָר וועדליק קינדער, מרת ליובע
.האָט איר גוט געדאַוונט
קולטור און מאַנופאַקטורע
ס'איז אַרויס אַ זאַקאָן אַ נייער
אַז מ'איז צו פאַרבייסן מחייב
נאָך אַיעטווידן טרונק לחיים
נאָר וואָדען? אויב ניט אַלץ
מיט פּראָדוקטן איז כשורה
זאָל מען דאַן טאָן
פאַרבייסן
.מיט מאַנופאַקטורע
אלא וואָס? ווער, ס'פאַרמאָגט
,כאָטש אַ ביסל קולטור
זאָל ער פּשוט אַ שמעק טאָן
!זיין מאַנופאַקטור
נאך דער מלחמה
זעקס אַזייגער נאָכ דער קריג
ווען ס'הייבט זיך אָן דער אָוונט
זאָג דיין חבר, דעם קאָמבריג
"!מיר האָבן גוט געדאָוונט"